Donated
Goal
Donors
4 hours ago
$54.008 hours ago
$100.00Boruch, It is a pleasure to donate to your page! A lot of hatzlacha!
10 hours ago
$72.00מייו ברודער החתן דער וועלט שיינט אויף פון דיר פון דיין לעכטיגע צורה,פןן דיין מדות,פון דיין תורה,פון דיין קליגשאפט,פון דיין פרייליכקייט,פון דיין אמתדיגקייט !!!! אברהם ברוך איך בין שטאלץ צו זיין דיין ברודער!!! אונז קענען נישט ווארטן צו שפרינגען חתונה!
12 hours ago
$65.00פאר מיין בעסטע און געשמאקסטע חברותא א חסידישע בחור מיט אלע טעמים!!!
1 day ago
$18.001 day ago
איך וויל נעמען נישט סתם אַ מאָמענט, און אויך נישט נאָר אַ לענגערן מאָמענט, נאָר אַ טאַקע רויִקן, געדולדיקן און אויסגעצויגענעם מאָמענט, כּדי צו שרײַבן פֿון האַרצן וועגן מיין שוואָגער — אַ מענטש וואָס זײַן גוטסקייט, זײַן רויִקייט און זײַן התנהגות קען מ
1 day ago
Keep Shteiging
1 day ago
$18.00לכבוד ידידי היקר הצלחה גדולה!
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים
צווישן די געסלעך פון ירושלים עיר הקודש, ארומגענומען מיט די הרי ציון, שיינט ארויס אן אור גדול פון א הייליגער מקום תורה, די באשיידענע אבער גלאררייכע ישיבה "בית שערים", וואו עס זיצן צענדליגער ערוואקסענע חסיד׳ישע בחורים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון חוץ לארץ פארענדיגן זייערע ישיבה יארן, און דא פארמאגן זיי נישט קיין שום דאגה אויף דער וועלט, חוץ פון פארענטפערן א שווערן תוספות און רבי עקיבא אייגער.
די ישיבה הק' "בית שערים" איז געגרינדעט געווארן בשנת תשפ"ג העעל"ט דורך הרה"ג ר' אליעזר זאב קליין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א, ואתו עמו הרה"ג ר' שמואל שאהן שליט"א, וואס אינאיינעם שטייען זיי בראש פון די ישיבה און האבן אינזין יעדן דבר קטן וגדול, די רוחניות ווי די גשמיות פון די חשוב'ע תלמידים.
צום פרישן זמן החורף פון פאריאר האט מען בסייעתא דשמיא זיך אריינגעצויגן אין א נייעם, הערליכן בנין רחבת ידים, וואס איז אויסגעשטאט אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן מיט אלעס וואס א ישיבה דארף. א גרויסע, לופטיגע היכל בית המדרש, חדרי הלימוד, א גרויסן עס-זאל, און פילע שלאף-צימערן, און אלע אנדערע באדערפענישן. די בחורים זענען זיך מחיה פונעם נייעם בנין, וואס גיבט צו א באזונדערן הרחבת הדעת צו קענען שטייגן מעלה מעלה און זיך אריינלייגן ראשם ורובם אין די תורה הק' און התעלות ברוחניות. דער בנין איז געדינגען געווארן פאר א גרויסן סכום פאר'ן צוועק פון די באקוועמליכקייט און הצלחה פון די תלמידי הישיבה, און יעדן חודש ווערט געצאלט דערויף א גרויסע סומע רענט, וואס דארף ווערן צוזאמגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת הישיבה.
די עלטערן צאלן טאקע ערליך שכר לימוד, וואס איז די הויפט הכנסה אז די ישיבה זאל קענען אנגיין, אבער די הוצאות זענען נאך אלץ פיל גרעסער פון די הכנסות, ווען דער בודזשעט גרייכט צו א ריזיגן סכום פון $150,000 א חודש.
די הנהלת הישיבה קוקט ארויס אויף די הילף און שטיצע פון נדיבים בעם וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון די הייליגע ישיבה, און ווילן האבן א חלק און זכות שותפות אין די הצלחה פון די בחורי חמד, להגדיל תורה ולהאדירה.
און זייט זוכה צו ברכות התורה אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 112288896The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663