Loading

ישיבת בית שערים - עיה"ק ירושלים ת"ו

[email protected]



Team פנחס טווערסקי

56

$1,015.00

Donated

$5,400.00

Goal

20

Donors

Donate Now

20 Donors

  • בן מרן פאה"ד ותפארתו מנהיג עדת ישורין לוחם מלחמות ה' שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישרא' מגן חינוך הטהור פנחס טווערסקי

    1 hour ago

    $7.00$14.00
    Matched Donation

    מיט גרויס הצלחה דיין הייליגע אבות זאלן דיר באגלייטן, אי"ה באלד העט מען געבן נאך.

  • Yossi Mermelstein פנחס טווערסקי

    2 hours ago

    $18.00

    לכבוד אוהבי וידידדי פנחס

  • אין זיין זין החתן הערשי Wine Cave משי מייער פון פנחס טווערסקי

    6 hours ago

    $100.00$150.00
    Matched Donation

    יעדער ווייסט ווי צו קופן ווין אויף פורים !!!!!!!!!!!!!!!! this is mushey and i approve the messege

  • נזר הקודש פנחס טווערסקי

    6 hours ago

    $36.00$54.00
    Matched Donation
  • מענדי פערל "שלומי כץ"יוסי שפיץ פנחס טווערסקי

    9 hours ago

    $36.00

    די חשובע בחורים וואס קומען אריין נעקסטע זמן איו ישיבה בית שערים

  • ר בערל לאזאר שליטא רב דרוסיה פנחס טווערסקי

    9 hours ago

    $10.00

    לכבוד ר פנחס שליט"א רב הצעיר דסקווירא בן ידודי העסקן האדמור הרה"צ מסקווירא שליטא גרויס הצלחה"

  • זאב וואלף שאהן פנחס טווערסקי

    10 hours ago

    $72.00

    צו הרה"צ ר' פנחס בן כ"ק אדמו"ר שליט"א

  • Morris H. Abraham פנחס טווערסקי

    11 hours ago

    $100.00

כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים

צווישן די געסלעך פון ירושלים עיר הקודש, ארומגענומען מיט די הרי ציון, שיינט ארויס אן אור גדול פון א הייליגער מקום תורה, די באשיידענע אבער גלאררייכע ישיבה "בית שערים", וואו עס זיצן צענדליגער ערוואקסענע חסיד׳ישע בחורים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון חוץ לארץ פארענדיגן זייערע ישיבה יארן, און דא פארמאגן זיי נישט קיין שום דאגה אויף דער וועלט, חוץ פון פארענטפערן א שווערן תוספות און רבי עקיבא אייגער.

די ישיבה הק' "בית שערים" איז געגרינדעט געווארן בשנת תשפ"ג העעל"ט דורך הרה"ג ר' אליעזר זאב קליין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א, ואתו עמו הרה"ג ר' שמואל שאהן שליט"א, וואס אינאיינעם שטייען זיי בראש פון די ישיבה און האבן אינזין יעדן דבר קטן וגדול, די רוחניות ווי די גשמיות פון די חשוב'ע תלמידים.

צום פרישן זמן החורף פון פאריאר האט מען בסייעתא דשמיא זיך אריינגעצויגן אין א נייעם, הערליכן בנין רחבת ידים, וואס איז אויסגעשטאט אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן מיט אלעס וואס א ישיבה דארף. א גרויסע, לופטיגע היכל בית המדרש, חדרי הלימוד, א גרויסן עס-זאל, און פילע שלאף-צימערן, און אלע אנדערע באדערפענישן. די בחורים זענען זיך מחיה פונעם נייעם בנין, וואס גיבט צו א באזונדערן הרחבת הדעת צו קענען שטייגן מעלה מעלה און זיך אריינלייגן ראשם ורובם אין די תורה הק' און התעלות ברוחניות. דער בנין איז געדינגען געווארן פאר א גרויסן סכום פאר'ן צוועק פון די באקוועמליכקייט און הצלחה פון די תלמידי הישיבה, און יעדן חודש ווערט געצאלט דערויף א גרויסע סומע רענט, וואס דארף ווערן צוזאמגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת הישיבה.

די עלטערן צאלן טאקע ערליך שכר לימוד, וואס איז די הויפט הכנסה אז די ישיבה זאל קענען אנגיין, אבער די הוצאות זענען נאך אלץ פיל גרעסער פון די הכנסות, ווען דער בודזשעט גרייכט צו א ריזיגן סכום פון $150,000 א חודש.

די הנהלת הישיבה קוקט ארויס אויף די הילף און שטיצע פון נדיבים בעם וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון די הייליגע ישיבה, און ווילן האבן א חלק און זכות שותפות אין די הצלחה פון די בחורי חמד, להגדיל תורה ולהאדירה.

און זייט זוכה צו ברכות התורה אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 112288896
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (917) 924-9399
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading