Loading

את אחינו אנכי מבקש



Team Shloimy/Mendy Unger

54

$0.00

Donated

$2,600.00

Goal

0

Donors


English אידיש

טייערע משפחה, חברים,

מיט א צובראכענע הארץ קומען מיר זיך ווענדן צו אייך אין אזא שווערע שעה. א געטרייע ווייב און איבערגעגעבענע מאמע, איז ליידער אוועקגערופן געווארן, איבערלאזנדיג א צובראכענע משפחה אין טיפע צער און ווייטאג.

זעקס לאנגע יארן האט זי ליידער געליטן יסורים נוראים, ווען דער טאטע פרובירט צאמצוהאלטן די שטוב ווי ווייט מעגליך.

אנשטאטס ארבעטן פאר פרנסה האט ער איבערמידלעך געארבעט אז זיינע אומשילדיגע שעפעלעך זאלן האבן א געזונטע מאמע, אבער ליידער איז געווען אנגעשריבן אנדערש.

אין אזא צייט ווען די משפחה איז פארנומען מיט די שווערע טעג פון אבלות און פרובירט זיך צו שטארקן נאך אזא ביטערע פארלוסט, ליגן אויפ’ן משפחה שווערע לאסטן און אחריות’ן וואס זענען זייער שווער צו טראגן אליין.

מיר ווענדן זיך צו אונזערע טייערע משפחה, חברים, און ידידים, בעטנדיג אז יעדער זאל זיך משתתף זיין לויט זיינע מעגליכקייטן, צו העלפן לייכטער מאכן די שווערע לאסט פאר די משפחה אין די שווערסטע טעג.

יעדע נתינה, גרויס אדער קליין, וועט זיין א גרויסע הילף און א מקור חיזוק פאר די משפחה.

בזכות אייער צדקה און מיטפילן זאלט איר נאר הערן בשורות טובות.

המקום ינחם את המשפחה בתוך שאר אבלי ציון וירושלים


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 854303680
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share

Call our donation phone system

  (929) 305-1890

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading