Loading

א חתן א ת"ח וואס איז "נישט קיין יתום" נעבעך



93 Donors

  • Zvi Gutfarb

    21 hours ago

    $178.00
  • Anonymous

    1 day ago

    $36.00
  • Shloimy Falkowitz

    1 day ago

    $50.00
  • Naftoli Miller

    1 day ago

    $18.00

    לישועה ולברכה

  • Shimshon Burich

    1 day ago

    $18.00

    לענ״ בנימין זאב בן שמשון ברוך לזכות

  • Mattis Rokowsky

    2 days ago

    $100.00

    לכבוד ר מרדכי שליט״א

  • Anonymous

    4 days ago

    $80.00

    וועגן איך וויל זאלסט יא מאכן נאכאמאל

  • Anonymous

    4 days ago

    $100.00

דארף איך חלילה זיין א יתום כדי מען זאל מיר העלפן?"

איך דריי זיך מיט א שטיקל ביטערן נאכטעם אין מויל.

נאך עטליכע טעלעפאן קלינגען און פרואווען זיך ארויסצודרייען, האב איך זיך ענדליך געטראפן אין שול מיט א חתן פון ארץ ישראל. פאר מיר איז געשטאנען אן איידעלער בחור, א מתמיד עצום, עטליכע וואכן פאר זיין חתונה, אינגאנצן צעבראכן.

"איך בין נישט קיין געלט-גייער בטבעי," האט ער געוויינט, "איך האלט עס מער נישט אויס! איך האב שוין אנגערופן מיין ברודער אז איך בענק זיך אהיים און איך פאר צוריק. ער האט מיר געגעבן דיין נומער און געזאגט אז דו וועסט מיר העלפן."

איך האב אים פרובירט מסביר זיין די טרוקענע מציאות: "עס זענען דא צענדליגע חתנים. ווען עס וואלט געווען א 'טראגישער' פאל ווי א יתום אדער אן אלמנה, וואלט גרינגער געווען, אבער פאר א געווענליכן חתן איז זייער שווער צו שאפן געלט."

דער בחור איז ארויס מיט א צעקלאפט הארץ. שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז ער איז געזעצן א גאנצע נאכט אין שול און געוויינט. פארטאגס האט אים א איד געטראפן און דער בחור האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ:

"מען זאגט מיר אז איך דארף חלילה זיין א יתום כדי מען זאל מיר העלפן!"

יענער איד האט אים געהאלפן טוישן דעם טיקעט, און דער בחור איז אהיים קיין ארץ ישראל מיט ליידיגע הענט. דאס וואס איך האב אים אפגעזאגט ווייל ער איז נישט "דראמאטיש" גענוג, האט אים אינגאנצן צעבראכן.

איך פיל אז איך מוז טון א תשובת המשקל. דער בחור שטייט דריי וואכן פאר די חופה און האט גארנישט.

א איד א נדיב, וואס דארף א ישועה, איז גרייט צו געבן $1,000 אויב איך שאף די אנדערע $2,000.

רבותי, העלפט מיר פארהיילן זיין הארץ! לאמיר אים ווייזן אז מיר העלפן א חשוב'ן בחור אויך ווען ער איז "נאר" אן איידעלער בן תורה וואס שעמט זיך צו קלאפן אויף טירן.

העלפט מיר שאפן אפאר טאלער אים שיקן די הילף מיט כבוד!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 061508865
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663

Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Contact Organizer

Create My Team

Checkout

Loading
Loading