Donated
Goal
Donors
36 minutes ago
$20.00בהצלחה רבה
40 minutes ago
$50.00פאר אזא געטרייע איבערגעגעבענע ראש חבורה
1 hour ago
$180.00לכבוד ידיד נפשי מורינו הרה''צ ראש החבורה שליט''א המסור בכל ליבו ונפשו למען הכלל ולמען התלמידים בפרט בכל עת ועידן ברוחניות ובגשמיות במסירות אין קץ עלה והצלח מעלה ביתר שאת וביתר עז הצלחתכך ההצלחה של כולנו חילך לאורייתא
1 hour ago
$100.001 hour ago
$180.002 hours ago
$180.00און אונזער חבורה מיז מען קומען מיט א חאלאט
2 hours ago
$101.00לאחי היקר ראש הישיבה שליטא הדואג לכל אחד בכלל ובפרט שמחים ומייחלים להצלחתך
2 hours ago
$100.00לכבוד הראש חבורה שליט״א
"חבורת ברכת שלמה" פון די אויסגערופענע חבורת און ירושלים עיה"ק ע"ש הרה"ק ר' שלמה מזוויעהל זצוק"ל זי"ע.
אנגעהויבן פון א געהויבענע תפלת שחרית א ישיבישע דאווענען, און דערנאך א געשמאקע פרישטיג בצוותא חדא, און א גאנצע טאג און נאכט זיצן בחורים און הארעווען אין לערנען מיט א פרישקייט און א ברען און אלע זענען מפלא די אהבת חברים וואס הערשט און די חבורה, און מען האפט יעצט בסייעתא דשמיא צו שרייבן א ספר תורה וואס גייט ווערן אריינגעגעבן ברוב פאר והדר אין היכל בית מדרשינו צווישן די בתי מדרשים אין יישוב הישן אין ירושלים.
און אויף דעם אלעם שטייט האי גברא רבא יקירא בנש''ק נכדו ממשיך דרכו פון הרה''ק מזוויעהל זיע''א הרה''צ ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט''א וואס געבט זיך איבער בלב ובנפש חפצה לטובת די בחורים ווי א טאטע צו א קינד.
ער ברענגט מגי''ש און אלע באדערפענישן זיצענדיג נעכט אויף נעכט לטובת די בחורים. און איז פארנומען א גאנצען טאג פאר די בחורים.
ב''ה פארמיטאג א סדר פול מיט בחורים א סדר עיון לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכה אין פרק כיצד מברכין דורך די מגיד שיעור הרב זוסמאן שליט''א.
נאכמיטאג א פולע סדר ווי מען גרייט זיך יעצט צו ענדיגן מסכת ברכות, אנגעפירט דורך הרב איינהארן שליט''א.
און ביינאכט א שיעור דורך הרב ליפשיץ שליט''א און דערנאך א געשמאקע מעריב.
און אזוי איז עס טאג איין און טאג אויס.
און ווער רעדט נאך פון די פלאמעדיגע שבתים וואס ווערן אפגעראכטן בין כותלי ישיבתנו פון א ווארעמע שבת'דיגע חסידישע קבלת שבת און נאכדעם די גרויסע סעודת שבת קודש.
און שבת צופרי די דאווענען אויף א געהויבענע פארנעם און די שבת סעודה מיט א ברייטקייט לכבוד שב''ק ביז מוצ''ש ווען עס קומט פאר א גרויסע מלוה מלכה מיט סיפורי צדיקים.
ווער רעדט נאך פון די גרויסע כוחות וואס די ראש חבורה לייגט אריין ווען מען פארט ארויס "בנאות דשא" זיך אויסלופטערן און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער שטייגן אין לערנען.
צו זאל עס זיין א גרויסע שבת התאחדות וואס איז פארגעקומען און גליל זיך צו דערהייבן אין רוחניות בראשות המשפיע ר' שמעון שפיצער שליט"א וואס מען האט זוכה געווען צו די השפּעה און מעיינות החכמה פון די משפיע.
צו זאל עס זיין ווען מען פארט ארויס צו מקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הרה''צ מלימנוב שליט"א.
וואס דאס אלעס קאסט אפ א הון תועפות פון דמים תרתי משמע און דאס קען נישט שכר לימוד דעקן.
און די ראש החבורה שאפט יעדעס מאל די געלט מען זאל זיך קענען דעקן
איז מען יעצט ארויס מיט א גרויסע מגבית צו דעקן אט דעם מבצר התורה צו קענען ממשיך מיט די חבורה מיט א שטארקייט.
לאמיר אלע העלפן אז די ראש החבורה זאל זיך נישט אונטערברעכן
וזכות הצדיק גייט אוודאי מגין זיין פאר יעדן להפקד בדבר ישועה ורחמים און מען גייט געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף ברוחניות ובגשמיות עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 823093826